מאנסי ניו יארק- פיר שווארצע בערן זענען היינט אום 3:00 נאכמיטאג געזעהן געווארן נעבן די וואיאלע פארק און די מאנסיער אומגעגענט.
אן איינוואוינער נעבן די פארק האט זיי געזעהן ארום שפאצירן נעבן זיין הויז, און ער האט גערופן חברים און די ראמאפא פאליציי.
ווי חברים גיט איבער פאר דזשעי פי אפדעיטס זענען די בערן נאך ווארשיינדליך ארום די פארק געגענט וואס איז ארום גענומען מיט וועלדער, און זיי פארן ארום איינמעלדען פאר די שכנים ארום די פארק אז זיי זאלן האלטן די קינדער אינעווייניג און נישט ארויסלאזן שפילן אויפן גאס פאר די נעקסטע פאר שעה.
זיי לייגן צו אז אויב איינער זעהט א בער אין די וואיאלע פארק אומגעגנט זאל מען נישט צוגיין נאנט נאר מען זאל רופן די לאקאלע פאליציי.