Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

פאול פארטיידיגט אויסערן פאליטיק שטעלונגען ביי מיטינג מיט אידישע פירער אין ברוקלין

$
0
0

ברוקלין, ניו יארק- דער פרעזידענטליכער קאנדידאט, סענאטאר רענד פאול פון קענטאקי  האט היינט מאנטאג זיך געטראפן מיט בערך 30 ארטאדאקסישע אידישע פירער אין די תורה ומסורה שולע אין קענזינגטאן, ברוקלין, זוכנדיג צו בארואיגן זייערע מעגליכע זארגן איבער זיינע אויסערן פאליטיק שטעלונגען. דער קענטאקי סענאטאר האט געענטפערט פראגן איבער זיינע פאזיציעס אויף מדינת ישראל, זיין קעגנערשאפט צו אינטערווענירן אין אויסלענדישע פראבלעמען און צו גיין אין מלחמה, און ער האט אויך אויסגעדרוקט זיין מיינונג איבער די בעפארשטייענדע נוקלעארע אפמאך מיט איראן.

דער רעפובליקאנער קאנדידאט איז איינגעלייטעט געווארן צו די פארזאמלטע דורך ראביי נעיט סעגאל פון תורה ומסורה און דורך ראביי ריטשארד ראבערטס פון לעיקוואוד ניו דזשערזי.

אין זיינע ערעפענונגס ווערטער האט פאול גערעדט איבער זיינע רעליגיעזע גלויבונגען, זאגנדיג אז זיין טראדיציע און זיין פארשטאנד פון די אידישע רעליגיע איז וואס בינדט אים צו צו די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדע, וואס שטימט טראדיציאנאל מיט די רעפובליקאנער.

ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון רעליגיע זאגנדיג אז פרייהייט אליינס איז נישט גענוג, נאר מען מוז האבן א רעליגיעזע רוקנביין צו וויסן וואס ס’איז ריכטיג. ער האט פארציילט אז דורכאויס זיין לעצטיגע באזוך קיין ארץ ישראל איז ער דאס מערסטע אנטציקט געווארן פון די אידישע טראדיציעס, ווי צום ביישפיל דאס לייגן א שטיין אויף א מצבה אדער די באגריף פון זיצן שבעה ל”ע.

ער האט אויך אפגעווארפן, כאטש נישט שארף, דאס וואס ס’איז אנגענומען אז ער איז אנטי איזראעל און אז ער איז שוואך ווען ס’קומט צו באקעמפן טעראר און דיקטאטורן איבער די וועלט. צום ביישפיל האט ער אנגעוויזן אז דאס וואס ער שלאגט פאר צו שניידן פון אמעריקע’ס הילף צו אנדערע לענדער אריינגערעכנט מדינת ישראל, זאגט ער פשוט נאך וואס פרעמיער נתניהו האט אמאל געזאגט אז מדינת ישראל דארף ווערן מער זעלבסטשטענדיג און ווייניגער אנגעוויזן אויף אמעריקאנער מיליטערישע הילף.

מערקווירדיג איז געווען אז פאול האט נישט געזאגט אז ער האט געטוישט זיינע שטעלונגען, נאר אז די פארזאמלטע האבן אנגעדייטעט אין זייערע פראגן וואס זיי האבן געשטעלט צו אים אז  זיי זענען מער וויליג אנצונעמען זיין קאנדידאטור, און זענען מכיר טוב אז ער האט איינגעזען די וויכטיגקייט פון אדרעסירן זייערע זארגן. ווי דער רעדאקטאר פונעם יתד נאמן, ר’ פנחס ליפשיץ האט גאר בשעת’ן פרעגן פאול איבער אויסערן פאליטיק אים אויסגעלויבט. בעפאר שטעלן זיין פראגע האט ר’ פנחס דערציילט ווי ער איז איינגעלאדנט געווארן צו די שבת’דיגע סעודה פון פאול אין ירושלים בשעת זיין דארטיגע באזוך אין 2013. זיין ערשטע רעאקציע איז געווען “פאול, ביזט אויפן קאפ געפאלן? ער איז דאך אן אנטיסעמיט!”. אבער דאן איז ער געקומען צו די סעודה און איינגעזען אז פאול איז אן אמת’ער אינטעליגענטער און דורכגעטראכטער פערזאן, און אלעס וואס ער האט געליינט איבער אים ביז היינט איז ליגנט, און ער האט אים דאן באשלאסן צו שטיצן. בשעת זיין פראגע האט ליפשיץ אנגעמערקט אז פאול’ס פאזיציע לגבי מדינת ישראל איז נישט געוואנדן אין די ווינטן וואס בלאזן, נאר איז א רעזולטאט פון א גוט דורכגעטראכטן באשלוס נאכן עס גוט שטודירן. דאן האט ער געפרעגט: ” וויאזוי קענסטו ערקלערן דיין שטעלונג אויף א וועג וואס מ’וועט אויפהערן שרייבן אז די ביסט אן אנטיסעמיט?”

אנערקענעדיג וואס ס’איז אנגענומען איבער אים, האט פאול געזאגט אז אייגענע אנקעטעס וואס ער האט דורכגעפירט אין אייאווע און אין ניו העמפשיר, וועלכע זענען די ערשטע שטאטן צו שטימען אין די פריימערי, צייגן אז זיינע שטעלונגען איבער מדינת ישראל ווערן נישט געזען אלס אן ערנסטער פראבלעם דורך די ארטיגע וויילער, וועלכע זענען גאר וויכטיג צו ווערן נאמינירט. ער האט צוגעגעבן אז ער האלט אז ער האט געמאכט ערנסטע פארשריט אין טוישן מענטשן’ס מיינונגען איבער אים.Rand paul brooklyn 056

איבער די פארהאנדלונגען מיט איראן האט פאול געזאגט אז אין די צייט וואס ער שטיצט פאראויסצוגיין מיט דיפלאמאטישע געשפרעכן, שטיצט ער אבער נישט קיין שלעכטע אפמאך. “איך וויל באמת אז די פארהאנדלונגען זאלן אנגיין, איך וויל אבער באקומען א גוטן אפמאך.” ער האט אבער געזאגט אז אויב קען מען נישט דערגרייכן א גוטן אפמאך זאל מען נישט גיין אין מלחמה אדער פארשטייפן די סאנקציעס, נאר מ’זאל ווייטער פארהאנדלען. אנערקענענדיג די פארלאנג פון פרעמיער נתניהו צו פארלאנגען פון איראן צו אנערקענען אין מדינת ישראל אלס חלק פונעם אפמאך, האט פאול פארגעשלאגן אז מ’זאל ענדערש שטופן איראן צו “אנערקענען אין די אומאפהענגיגע גאנצקייט פון אנדערע פעלקער” צו וואס איראן וועט גרינגער איינשטימען. ער האט אויך געזאגט אז ער האלט אז אומווארפן די כוסעין רעזשים אין איראק איז געווען א טעות צוליב וואס סאדאם האט געדינט אלס א קאנטער באלאנס צו איראן, יעצט איז איראק א נאכשלעפער פון איראן.

דער עסקן יחזקאל בענעט האט געפרעגט פאול אז היות דער פרעזידענט נוצט צומאל דעם אנזען פון זיין אפיס צו רעדן איבער וויכטיגע אישוס, וואס ער האלט איבער געבן פאר עלטערן די מעגליכקייט אויסצוקלייבן די שולע פון זייערע קינדער? פאול האט געענטפערט אז ער שטיצט אין טעאריע סקול וואוטשערס, אבער ער האלט נישט אז די פעדעראלע רעגירונג קען אנטיילן פאר סטעיטס וואס צו טאן. “איר דארפט א בעסערע רעגירונג אין ניו יארק”. האט ער אנגעמערקט.

עזרא פריעדלאנדער, דער פירער פון די פריעדלאנדער גרופע וועלכער האט געהאלפן צו ארגאניזירן דעם מיטינג האט געזאגט פאר דזשעי. פי. אז “דאס אז א וויכטיגער פרעזידענטליכער קאנדידאט אויפן שטאפל פון רענד פאול זאל אוועקגעבן צייט זיך צו טרעפן מיט אידישע פירער צייגט אויף זיין ווילן זיך אריינצוטון און צו האבן זאכליכע געשפרעכן מיט די פירער פון אונזער געמיינדע, וואס דאס ווייזט אויף די פריינדשאפט פון סענאטאר פאול צו די אידישע געמיינדע.”Rand paul brooklyn 062Rand paul brooklyn 096Rand paul brooklyn 091


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles