Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

ריכטער צווינגט עם-טי-עי ארויסצושטעלן “מארדן אידן”רעקלאמעס

$
0
0

ניו יארק. – א פעדעראלער ריכטער האט היינט פארארדענט אז די ניו יארקער “עם-טי-עי” מוז ארויסשטעלן א סעריע קאנטראווערסיאלע רעקלאמעס וואס א געוויסע אנטי-טעראריזם ארגאניזאציע האט געהאט באשטעלט. די עם-טי-עי האט ביז יעצט זיך געהאט אנטזאגט ארויסצושטעלן די רעקלאמעס, זאגנדיג אז דאס קען שיקן א שלעכטן מעסעדזש און ברענגען טעראר אטאקעס.

די רעקלאמעס זענען באשטעלט געווארן דורך די “אמעריקען פרידאם דעפענס איניציאטיוו”, וועלכע האט שוין אויך געלאזט לויפן די זעלבע רעקלאמעס אין שיקאגא און סאן פראנציסקא. אויף די רעקלאמעס זעהט מען א שווארץ-געקליידעטן טעראריסט און די אויפשריפט: “מארדן אידן איז אונזער גלויבן וואס ברענגט אונז נאנטער צו אללא”.

די עם-טי-עי זאגט אז די רעקלאמעס קענען שיקן דעם פארקערטן מעסעדזש און ברענגען יוגענטליכע צו אייגענטליך זיך אנשליסן אין דזשיהאד און דורכפירן אטאקעס קעגן אידן ה”י. ריכטער דזשאן קאולטיל האט אבער געזאגט אז די רעקלאמעס גייען אריין אונטער פרייהייט פון אויסדרוק און אז די עם-טי-עי פירערשאפט טוט אונטערשאצן די ניו יארקער איינוואוינער, און זיי וועלן יא קריגן דעם ריכטיגן מעסעדזש פונעם רעקלאמע.

 


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles