Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

אנטיסעמיטישע העמדלעך פון נ.י. סטודענטן שארף פארדאמט

$
0
0

ניו יארק. – אין א שאקירנדע אינצידענט האבן סטודענטן פון א שולע אין ניו יארק זיך אנגעקליידעט מיט העמדלעך וועלכע האבן געהאט אויף זיך די אנטיסעמיטישע האקנקרייץ סימבאלן, און אנדערע שרעקליכע אומסענסיטיווע אויפשריפטן קעגן אידן. די העמדלעך זענען פארשפרייט געווארן ביי א פארטי פון סטודענטן אין א שולע אין קומאק, ניו יארק אין לאנג איילענד.

אויסער די האקנקרייצן האבן די העמדלעך געהאט די אויפשריפטן “אוישוויץ” און “גייטס אין די שויערס” – א ביטערע דערמאנונג פון די גאז שויערס וואס די נאציס ימח שמם האבן צוגעגרייט פאר די אידן וועלכע זענען נעבעך אומגעקומען אויף דעם ביטערן פארנעם על קידוש ה’. די קומאק סקול דיסטריקט פירערשאפט האט געזאגט אז זי פארשט אויס דעם אינצידענט, אבער האט זיך אנטזאגט פון נעמען פאראנטווארטליכקייט, ארויסהייבנדיג דעם פאקט אז די פארטי איז געווען א פריוואטע פארזאמלונג און האט גארנישט געהאט מיט די שולע.

די לאקאלע אידישע געמיינדע אין לאנג איילענד האט אויסגעדרוקט שאק איבער’ן אינצידענט, און האט פאררופן נעכטן זונטאג נאכט א “יוניטי” פארזאמלונג, וואו עס זענען זיך צוזאמקומען אויך נישט-אידישע איינוואוינער פונעם געגנט, אויסצודרוקן סימפאטיע מיט די אידן, און די שטארקע פאראייניגטע שטימע קעגן סיי וועלכע אנטיסעמיטישע אויסדרוקן.


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles