Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

עסקנים פון אגודת ישראל טרעפען זיך מיט’ן נייעם סענאט פירער פלענעגען

$
0
0

א טאג נאך דעם וואס דער רעפּוליקאנער סענאטור דזאן פלענעגען איז ערוועלט געווארן צו זיין דער פירער פון דעם מעדזאָריטי אין דער סענאט פון ניו-יארק סטעיט, האט ער געמאכט צייט זיך צו טרעפן מיט הרב שמואל לעפקוביץ און זיין שותף אין עבודת העסקנות, ר’ לייב (ליאָן) גאלדענבערג. ביידע עסקנים פון אגודת ישראל אין אמעריקע זענען געווען דעם דינסטיג אין אלבאני צו שתדל’ענען בעיקר לטובת די ישיבות אין ניו יארק בכלל און לטובת די תושבים פון דער איסט ראמאפּאָ געגענד אין ראקלאנד קאונטי.

“דזאן פלענעגען איז א לאנג יאריגער ידיד פון אונזער ציבור, ער איז ביז היינט געווען דער טשערמאן פון די עדוקעישען קאמיטי, ער איז גוט באקאנט מיט אוזערער נויטען און איז אלע מאל געווען גרייט אונז צו העלפן. מיר האבען אז אונזער פריינטליכע קשרים מיט אים וועט ברענגען גוטע תוצאות” האט הרב לעפקוביץ געזאגט.

“זיין באוויליגונג זיך צו טרעפען מיט אונז תיכף אינעם ערשטען טאג פון זיין נייע אמט, צייגט וויפול כבוד ער האט פאר אונזער ציבור, פרומע אידען זענען די סיבה פאר די זיג פון די רעפובליקאנער אין דער ניו יארקער סענאט, מיר זענען א וויכטיגע חלק פון די וואס האבען ערוועלט לכל הפחות 5 אדער 6 פון זיינע סענאטארען” האט ר’ לייב גאלדענבערג געזאגט.

די עסקנים האפען אז דער סענאט אונטער דעם נייעם פירערשאפט וועט קענען אויספירן דעם נייעם פארשלאג וואס דער גאווערנער האט דערקלערט.

פרעס ריליעס ביי אגודת ישראל 


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles