אגודת ישראל האט דינסטאג ענטוזיאסטיש בּאגריסט דעם נייעם “פּאַרענטעל טשויס אין עדוקעישען” פאָרשלאג פון דער גאווערנער פון ניו-יארק סטעיט אלס א היסטורישער דורכברוך און אלס אן אמת’ער נייגונגס פונקט אין דער לאנגיארגער קאמפף פאר באטייטונגדיגע הילף פאר נויטיגע עלנטערן וואס שיקען זייערע קינדער אין ישיבות און אין פריוואטע סקולס.
דער נייער פארשלאג וועט יעדעס יאר צושטעלן 150 מיליאן דולער פאר עדוקעישען טעקס קרעדיטס, א גרעסערע טייל דערפון וועט מען אוועקשטעלן פאר: א. אָרימע עלטערן פון קינדער אין פריוואטע סקולס, ב. פאר סקאלערשיפּס [קרנות] נדבות פאר אָרימע סטודענטן אין פריוואטע סקולס.
דער עקזעקוטיוו וויצע פּרעזידענט פון אגודת ישראל, הרב חיים דוד צוויבל האט געזאגט אז, “גאווערנער קאומאו האט פארגעשלאגען א דרייסטישע פלאן וואס איז אין געוויסע זין פול בעססער פון דעם פלאן וואס איז געווען אויף דעם סדר היום נאך אנהייב יאר. דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך פאר א ענין וואס מיר שטרעבען דעראויף שוין צענליגע יארן. א ישר כח פאר’ן גאווערנער פאר זיין וויזיע, פאר זיין עקשנות, און פאר זיין פּאליטישע קוראזש.
הרב שמואל לעפקוביץ, אגודת ישראל’ס וויצע פרעזידענט פאר קאמיוניטי אנגעלעגענהייטן און זיין שותף העסקן הנגיד לייב [ליאָן] גאלדענבערג, א חבר פון דער ועד הנאמנים פון אגודת ישראל זענען היינט אין אלבאני צו שתדל’ן לטובת הילף פאר עלטערן פון ישיבה קינדער אין דעם ניו יארק’ער אסעמבלי און סענאט. הרב לעפקוביץ האט איבערגעגעבען אז “מיר האבען שוין א שטארקע ליסטע פון ענינים אויפן סדר היום פון אונזער שתדלנות, אבער דער נייער פארשלאג פון דעם גאווערנער שפרינגט תיכף ארויף צום ערשטער פּריאָריטעט פון אונזער ליסטע. מיר וועלען בע”ה אויסנוצען אונזערע כוחות פון שתדלנות צו שטיין צו הילף פאר דער גאווערנער מיט זיין נייעם פּלאן.”
פרעס ריליעס ביי אגודת ישראל