ברוקלין. – צוויי האקנקרייצן זענען געפונען געווארן אנגעפירקלט פארנט פון די אידישע ״משה׳ס דיסקאונט סופערמארקעט״ געשעפט אין מידוואד געגנט פון ברוקלין. פאליציי אויטאריטעטן זאגן אז די האקנקרייצן זענען אנגעפירקלט געווארן אויפן סיידוואלק פארנט פונעם געשעפט אין די צייט צווישן זונטאג צען אזייגער ביינאכט און מאנטאג 2:30 נאכמיטאג.
דער געזוכטער פארשוין אדער פארשוינען האבן אריינגעקריצט די האקנקרייצן ווען די צעמענט פארנט פונעם געשעפט איז נאך געווען פייכט און פריש, לויט א סטעיטמענט פון ניו יארק סיטי פאליציי ווארטזאגער ברענדאן רייען. די האקנקרייצן זענען געפונען געווארן מאנטאג נאכמיטאג דורכן געשעפט מענעדזשער וועלכער האט באלד אלארמירט די פאליציי.
די פאליציי בעט הילף פונעם פובליק צו טרעפן די שולדיגע.