Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

אגודת ישראל: א דאנק מעיאר די-בּלאזיאָ פאר’ן צוריק שטעלן פּרייאָריטי 5 וואוטשערס

$
0
0

ארויסגעבענדיג זיין בודזשעט פאר דעם קומענדיקען יאר האט דער מעיאר פון ניו-יארק בּיל דעבּלאַזיאָ צוגערעכנט 12.6 מיליאן דאלער פאר “פּרייאָריטי 5 נאך-סקול וואוטשערס”. מיט דעם האט דער מעיאר איינגעהאלטען וואס ער האט פארשפאכען צו העלפען אין א ווירקליכן אופן באדארפענדע ארטאדאקסישע אידישע פאמיליעס.

אגודת ישראל האט באגריסט דעם מעיאר’ס שריט אלס “א חשוב’ער אנטוויקלונג וואס וועט אויסמאכען א אמת’ער אונטערשיד אין דאס לעבען פון פול אין אונזער קאמיוניטי”. אגודת ישראל איז אקטיוו און דעם געביט פון אדוואקירן פאר קינדער וואוטשערס זייט 1990 ווען קאנגרעס האט אדורך געפירט דעם פעדעראלער געזעץ וואס האט עטאבעלירט דעם וואוטשער פאגראם.

הרב חיים דוד צוויבל האט אויסגעדרוקט זיין צופרידעקייט אז דער מעיאר האט אריינגעלייגט דעם פראגראם אין אן אופן אז עס וועט שוין זיין א שטייגער אין די בודזשעט’ן פון די קומענדיגע יארן. “מיר זענען זייער צופרידען אז דאס פארזיכערן אז די געוועזענע געראנגלען איבער דעם פּרייאָריטי 5 וואס האט אנגעהאלטן יארן, וועט זיין א פארגאנגענהייט”. האט הרב צוויבל געזאגט.

אגודת ישראל האט ספעציעל באדאנקט פרוי מעליסא מארק-וויוועריטאָ, די ספּיקער’ין פון די סיטי קאונסיל צוזאם מיט קאונסילמאן דוד גרינפילד, חיים דויטש, סטיוו לעווין, מארק לעווין און און די אנדערע מעמבערס פון דער “אידישער קאָקוס” פון סיטי-קאונסיל פאר זייער שטארקע ארבייט אז עס זאל צום שטאנד קומען.

פרעס ריליעס ביי אגודת ישראל 


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles