Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

יהדות החרדית וועט אויסדרוקן הערצה צו אגודת ישראל פון אמעריקע ביי פראכטפולע יערליכע דינער

$
0
0

אגודת ישראל פון אמעריקע וועט אפהאלטן איר דריי און ניינציגסטער יערליכער דינער דעם קומענדן זונטאג פרשת בחוקותי, ולמספרם מאי 10 אין די הילטאן האטעל אין מאנהעטן.

די יערליכער דינער פון אגודת ישראל האלט שוין ביי איר דריי און ניינציגסטער יאר. דריי און ניינציג יאר וואס די דאזיגע כלל ישראל ארגענאזאציע שטייט בראש המחנה, קעמפט פאר תורה און אידישקייט און העלפט דאס יהדות החרדית. די דריי און ניינציג יאר האט נישט אלט געמאכט די ארגענאזאציע וואס האלט זיך פריש און אקטיוו אין אלע אירע פעולות און איז מוסיף ומעלה בקודש מיט גרויסע אקטיוויטעטן לטובת הציבור און להגדיל תורה ולהאדירה. פון שטיצן מוסדות התורה, העלפן יחידים, אפשלאגן גזירות קעגן אידישקייט און פארזיכערן אז אידן לעבן אין פולן פרייהייט פון רעליגיע אין אמעריקע.

די דינער וועט שענקען די געלעגנהייט פארן ציבור צו אוסדרוקן כבוד והוקרה פאר חשובע אנשי ציבור ובעלי חסד וואס טוען אסאך פאר כלל ישראל און פאר אגודת ישראל, און מחזק זיין די מעשי חסד ותמיכת תורה.

די הוקרה על שמו פונעם בארימטן אגודה פירער הרב משה שערער ז”ל וועט געשאנקען ווערן צום לאנגיעריגען אגודה עסקן הרב שמואל בלום שליט”א וועלכער האט לאנגע יארן געדינט אין הויפט פאזיציעס אינערהאלב אגודת ישראל. הרב בלום איז געשטאנען לימינו פון רבי משה שערער און איבערגענומען זיין וויזיע אין הנהגה און עסקנות און געהאלפן אגודה שטייגן און וואקסן לטובת כלל ישראל אין אלע ענינים, אריינגערעכנט וואס איז יעצט נוגע, די פעולות צו מחזק זיין שמירת שמיטה אין ארה”ק.

די באערונג לזכרו פון מרן הגאון רבי אהרן קאטלער זצ”ל, דער גרויסער מקים עולה של תורה וועט געשאנקען ווערן צו א חשובן עסקן הר”ר משה טשאפ הי”ו, א חשובער בעל חסד פון פלעטבוש וועלכער שטייט בראש פון די חסד ארגענזאציע “קרן החסד” וואס האט אויסגעטיילט במשך די יארן מיליאנען דאלאר צו העלפן אידן. ר’ משה באטייליגט זיך אין די יערליכע תורה וואך פון “ירחי כלה” אין ירושלים און האלט אן א נאנטן קשר מיט אגודת ישראל.

די באערונג לזכרו פון מורנו רבי יעקב ראזענהיים ז”ל, דער גרויסער מייסד ומנהיג פון אגודת ישראל, וועט געשאנקען ווערן צו ר’ מיכאל זעלעפסקי וועלכער העלפט גאר אסאך חולי ישראל אין זיין הויכע פאזיציע אין די “מעמאריעל שפיטאל” און שטייט צו די האנט פון אלע ערליכע רפואה ארגענזאציעס אריינגערעכנט אגודת ישראל’ס “חיים ארוכים.”

די באערונג על שמו פונעם מציל נפשות ישראל ר’ אלימלך טרעס ז”ל ממנהלי אגודת ישראל וועט געשאנקען ווערן צו ר’ פישל ראטה הי”ו, משפחת ראטה פארמאגט מערערע אנשי חסד וואס זענען אקטיוו אין אגודת ישראל. ר’ פישל איז א חשובער עסקן פאר מוסדות צאנז קלויזנבורג און וועט מיט דעם ממשיך זיין די באערונג וואס זיין טאטע, דער בארימטער הצלה עסקן ר’ חיים אלטר ראטה ז”ל האט באקומען, על שמו פון רבי אלימלך טרעס אין יאר תשמ”א.

צווישן די וואס וועלען ווערען באערט מיט’ן “עבודת הקודש” אויסצייכנונג וועט זיין הרה”ג המפורסם מוה״ר רבי בן ציון לעזער שליט”א, וועלכער דינט אלס א רב און מורה רוחני אין מיימונידעס שפיטאל און העלפט דארטן ארויס אידן מיט אלע שווערע הלכה’דיגע שאלות און חסד ענינים להחיות רוח שפלים ולהחיות לב נדכאים. הרב לעזער שליט״א איז א חשובער באבובער חסיד און פירט אהן מיט דעם הלכה האטליין פון מכון רפואה והלכה שע״י חיים ארוכים א דיוויזיע פון אגודת ישראל מיטן ציהל צו באשיצן און פארזיכערן דעם לעבן און ״חיים ארוכים״ פון זקני וחולי ישראל ביז די רגע פון “בידך אפקיד רוחי”.

באזונדער וועט מען הערען דברי ברכה וחיזוק פון מרן חבר מועצת גדולי התורה און ראש אגודת ישראל פון אמעריקע כ”ק אדמו”ר מנאוואמינסק שליט”א וועלעכער וועט געבען דעם טאן פאר די נאכט און אוועקשטעלן די דעת תורה אויף ענינים העומדים על הפרק.

די דינער ווערט אפגערעכטן ברוב פאר ווי עס פאסט צו באערן אלע חשובע עסקני אגודה און אלע הויכראנגיקע פערזענליכקייטן וואס באשיינען דעם דינער, אלס א נאציאנאלע ארגאניזאציע וואס אדוואקאטירט לטובת ארטאדאקסישע אידן, באטייליגן זיך גאר אסאך הויכראנגיקע נאציאנאלע פערזענליכקייטן, סענאטארן און ניו-יארקער פאליטישענס און רעגירונג פארשטייער.

די פאליטישע רעדע וועט געגעבען ווערן דורכן באקאנטן אידן פריינטליכער סענאטאר קארי בוקער, דער דעמאקראטישער סענאטאר פון ניו דזערסי וועלכער איז גאר א נאנטער פריינד פאר עיר התורה לייקוואוד און פאר אידן אין ניו דזערסי, דער הויכראנגיקער סענאטאר איז א נאנטער פריינט צו אידן, צו אידישע ארגענאזאציעס און צו אגודת ישראל. ער האט געקעמפט פאר געזעצן גינסטיג פאר חינוך אין מוסדות התורה און פאר אידישע אינטערעסן. זיינע רעדעס זענען אייביג אנגעפילט מיט אידישע געדאנקען און נאנטקייט אויסדרוקן צו די אידישע געמיינדע. זיין רעדע וועט געהערט ווערן מיט אינטערעסע דורך די פילע פאליטישאנס און אידישע שתדלנים.

די דינער ווערט אפגערעכטן ברוב פאר ווי עס פאסט צו באערן אלע חשובע עסקני אגודה און אלע הויכראנגיקע פערזענליכקייטן וואס באשיינען דעם דינער, און די הערליכע פראגראם איז פיל מיט מאמענטן פון חיזוק און דערהויבנקייט צו געבן א שטופ ווייטער פאר די חשובע עוסקים במלאכת הקודש צו אנהאלטן להעמיד הדת על תילה ולהגדיל תורה ולהאדירה.

פרעס ריליעס ביי אגודת ישראל 


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles