ניו יארק- מעיאר ביל דיבלאזיא איז ערווארטעט צוריקצושטעלן 12.6 מיליאן דאלאר פאר פריאריטי 5 נאך-שולע וואוטשערס אין זיין עקזעקוטיווע בודזשעט פארשלאג פארן 2016 פיסקעל יאר וואס ער וועט היינט מעלדן, לויט א באריכט פון אונזער קארעספאנדענט דזשעיקאב קארענבלי.
פאראיאר, זענען דער מעיאר און די סיטי קאונסיל געקומען צו א לעצט מינוטיגע אויסגלייך איבערן בודזשעט אריינשטעלנדיג 10 מיליאן דאלאר פאר קינדער וואוטשערס, פון וואס א געשאצטע 8 מיליאן זענען איבערגעבליבן נאכן אויסצאלן די ערשטע פיר פריאריטיס, אבער בלויז פארן 2015 בודזשעט יאר.
איצט אבער, וועט דער מעיאר פערמאנענט צוריקשטעלן די געלטער פאר די וואוטשערס אלס טייל פונעם 2016 בודזשעט, באשטימענדיג די סומע פון 12.6 מיליאן דאלאר אלס א באזיס דערפאר, ווי אן אדמיניסטראציע באאמטער געט איבער. די קינדער וואוטשערס זענען געשניטן געווארן אין 2010 אונטערן פריערדיגן מעיאר בלומבערג, און דיבלאזיא, דאן אלס פובליק אדוואקאט האט זיך אוועקגעשטעלט אויף די טרעפ פון סיטי האל אינאיינעם מיטן בארא פארקער קאונסילמאן דוד גרינפעלד רופנדיג עס זאל צוריקגעשטעלט ווערן.
נאכן איינגעשוואוירן ווערן אין יאנואר 2014, האט דיבלאזיא פארשפראכן אז ער וועט צוריקשטעלן די פריאריטי 5 און 7 וואוטשערס וואס טוט הויפטזעכליך בעניפיטירן ארטאדאקסישע עלטערן, שפעטסטענס אין 2015. טראצדעם, האט דער מעיאר אריגינעלער פארשלאג נישט צוגעשטעלט קיין געלטער פאר די וואוטשערס ווען עס איז געמאלדן געווארן אין פעברואר. אבער די סיטי קאונסיל האט אין זייער בודזשעט פארשלאג פאריגן מאנאט אריינגעשטעלט אזויפיל ווי 17 מיליאן דאלאר דערפאר, וואס וואלט בענעפיטירט איבער 6,000 עלטערן לויטן דורכשניט.
דאס האט באוואויגן דעם מעיאר עס אריינצושטעלן אויך אין זיין פארשלאג, באשטימענדיג די זעלבע 12.6 מיליאן דאלאר ווי פאראיאר, אבער דאס מאל אויף א פערמאנענטע פארנעם. ווי פריער געשריבן וועט עס דער מעיאר אפיציעל מעלדן היינט אין אווענט ביי א פרעסע קאנפערענץ.
קאונסילמאן גרינפעלד האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט וואו ער האט זיך באדאנקט פאר דיבלאזיא פארן האלטן זיין צוזאג צו די ארטאדאקסישע עלטערן, און ער האט אויסגעדרוקט האפענונג אז עווענטועל וועט מען קענען באקומען מער שטיצע צו דעקן די הויכע ישיבות קאסטן. גלייכצייטיג האט ער זיך באדאנקט פאר די סיטי קאונסיל ספיקער, מעליסא מארק-וויוועריטא, פארן אריינשטעלן די געלטער אינעם סיטי קאונסיל בודזשעט. דער וויליאמסבורגער קאונסילמאן סטיוו לעווין, וועלכער דינט אלס דער פארזיצער פון די וועלפעיר קאמיטע, האט אויך ארויסגעשטעלט אן ענליכן סטעיטמענט אויסלויבנדיג דעם מעיאר.