ניו יארק- די רעפובליקאנער וועלן ווייטער אנהאלטן זייער איינציגסטע קאנגרעס זיץ אין ניו יארק סיטי נאך וואס זייער קאנדידאט, דער סטעטן איילענד דיסטריקט אטוירני דאן דאנאווען האט אפגעהאלטן א לענדסלייד זיג איבער זיין דעמאקראטישער קעגנער, דער ברוקלינער קאנסילמאן ווינסענט דזשענטילי, אין די 11’טע ניו יארקע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע שליסט איין גאנץ סטעטן איילענד און חלקים פון דרום ברוקלין.
די ספעציעלע פארמעסט איז אפגעהאלטן געווארן צוליב וואס מייקל גרים, דער רעפובליקאנער וועלכער האט פארטרעטן דעם זיץ, האט רעזיגנירט אין יאנואר נאכן זיך דערקלערן שולדיג אויף קלאגעס פון אויסמיידן שטייערן. טראץ די קלאגעס איז ער ווידערערוויילט געווארן דעם פארלאפענעם נאוועמבער 2014.
מיט 100% פון די שטימען אפגעציילט, האט דאנאווען אנגעצויגן 58.7%, צו בלויז 39.6% פאר דזשענטילי. א דריטער קאנדידאט, דזשעימס לעין וועלכער איז געלאפן אויף די גרין פארטיי ליניע האט באקומען 1.3%. ווייניגער ווי 40,000 מענטשן האבן אפגעגעבן זייער שטימע אין די דיסטריקט וועלכע פארמאגט איבער 375,000 רעגיסטרירטע וויילער, וואס דאס איז א גאר נידריגע טוירנאוט. אין די ברוקלינער טייל פון די דיסטריקט האט דזשענטילי אנגעצויגן איבער 60%, אבער צוויי דריטל פון דעם דיסטריקט געפינט זיך אין סטעטן איילענד.
ווייניגער ווי צוואנציג מינוט נאך וואס די שטים בודקעס האבן זיך פארמאכט אום 9 אזייגער, האט שוין די אסאוסיעיטעד פרעס דערקלערט אז דאנאווען האט געווינען דעם פארמעסט, ווי ברייט ערווארטעט בעפאר. קורצליך נאך 10 אזייגער האט דאנאווען אויפגעטרעטן פאר זיינע שטיצער ביי די הילטאן האטעל אין סטעטן איילענד, וואו ער האט ביי זיין זיג רעדע דערקלערט אז די וויילער האבן געשיקט א מעסעדזש צו אבאמא, נענסי פעלאוסי “און אפילו ביל דיבלאזיא” אז זיי זענען אומאיינשטימיג מיט זייערע פאליסיס.
דאנאווען איז באקאנט געווארן נאציאנאל ווען ער האט אנגעפירט די גרענד דזשורי אויספארשונג וועלכע האט ריינגעוואשן די פאליציי אפיצירן וועלכע זענען געווען פארמישט אין די אומקום פון עריק גארנער, א טונקל הויטיגער וועלכער איז דערשטיקט געווארן דורכאויס זיין ארעסט אין דעצעמבער. די גרענד דזשורי באשלוס האט אויפגעברויזט פילע, און האט פארוואנדלט דאנאווען אלס א ציל ברעט פון אקטיוויסטן. אבער דזשענטילי האט זיך געהיטן פון ארויפברענגען די אישו זינט סטעטן איילענד איז באוואוינט מיט פילע אמטירנדע און געוועזענע פאליציי אפיצירן, און איר באפעלקערונג אין אלגעמיין פארמאגט ווייניגער מינאריטעטן ווי די רעשט פון די סיטי.
טראץ דאנאווען’ס שטארקן זיג, האפן די דעמאקראטן צו קענען קאנקורירן פאר דעם זיץ אין נאוועמבער 2016, ווען עס וועט זיין פיל א שטערקערע טוירנאוט צוליב די פרעזידענטליכע פארמעסט. זיי צייגן אן אז פרעזידענט אבאמא האט פאקטיש אנגעצויגן 52% אין די דיסטריקט אין 2012. דזשענטילי איז באמת געווען א שוואכערער קאנדידאט זייענדיג פון ברוקלין וואס אנטהאלט בלויז א דריטל פונעם דיסטריקט, צוליב וואס עס האבן זיך נישט געיאוועט קיין קאנדידאטן צו לויפן קעגן דאנאווען וועלכער איז היפש פאפולער אין סטעטן איילענד. די דעמאקראטן האפן אבער צו רעקרוטירן מייקל מעקמעהאן, וועלכער האט פארטרעטן דעם דיסטריקט אין קאנגרעס פון 2009 ביז ער איז באזיגט געווארן דורך גרים אין די 2010 וואלן.