10:15:
מיט 98% שוין אפגעציילט אין די 11’טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט, האט דאן דאנאווען באזיגט ווינסענט דזשענטילי, 59% צו 39%. ווייניגער ווי 40,000 וויילער האבן אפגעגעבן זייער שטימען, פון איבער 375,000 רעגיסטרירטע וויילער. אין די ברוקלינער חלק פונעם דיסטריקט, וואס איז ווייניגער ווי א דריטל, האט דזשענטילי באזיגט דאנאווען מיט 59% צו 38%, אבער דאנאווען האט אים באזיגט אין סטעטן איילענד מיט 65% צו 32%.
אין די 43’סטע אסעמבלי דיסטריקט, מיט אלע אויסער איין פריסינקט וואס האבן שוין באריכטעט זייערע שטימען, האט דייענע ריטשארדסאן באקומען איבער 50%, צו 24.6% פאר שירלי פעטערסאן און 20.7% פאר מנחם רייטפארט. אן אנדערער דעמאקראט וועלכער איז געלאפן אויף זיין אייגענע ליניע, דזשעפרי דעוויס האט אנגעצויגן עטוואס ווייניגער ווי 4%.
9:30: מיט כמעט 80% שוין אפגעציילט אין די 43’סטע אסעמבלי דיסטריקט האט דייענע ריטשארדסאן, א דעמאקראט וועלכע איז געלאפן אויף די ווארקינג פעמיליעס ליניע, אפגעהאלטן א שטארקן זיג. ווי ס’האלט יעצט באקומט ריטשארדסאן 47% צו 24.5% פאר שירלי פעטערסאן, א דעמאקראט וועלכע איז געלאפן אויף די אינדעפענדענט ליניע. דער רעפובליקאנער מנחם רייטפארט, אן ארטאדאקסישער איז ציט אן 24%. די דעמאקראטישע פארטיי האט נישט געהאט קיין אפיציעלע קאנדידאט צוליב טעכנישע סיבות.
9:25 מיט 86% פון די שטימען שוין אפגעציילט האלט דאן דאנאווען אפ א שטארקן זיג, זייענדיג פאראויס 60% צו בלויז 38% פאר זיין דעמאקראטישן קעגנער ווינסענט דזשענטילי.
9:19: די עי פי נייעס אגענטור האט אפיציעל דערקלערט אז די רעפובליקאנער וועלן אנהאלטן די 11’טע קאנגרעס דיסטריקט, מיט זייער קאנדידאט דאן דאנאווען באזיגנדיג דעם דעמאקראט ווינסענט דזשענטילי.
9:15: מיט אזויפיל ווי 49% פון די שטימען שוין אפגעציילט האלט דאנאווען אן זיין אויבערהאנט, 58% צו 40%. אין די 43’סטע אסעמבלי דיסטריקט זענען נאכנישט גענוג שטימען געציילט געווארן.
9:10:
מיט 14% פון די שטימען אין די 11’טע קאנגרעס דיסטריקט שוין אפגעציילט איז דער רעפובליקאנער דאנאווען פאראויס 59% צו 39% פאר זיין קעגנער דזשענטילי. מיט 72% פון די שטימען אפגעציילט האלט דאנאווען אן א 57% צו 41% אויבערהאנט.
9:00 אזייגער:
די שטים בודקעס זענען יעצט פארשלאסן געווארן, און רעזולטאטן זענען ערווארטעט אין די קומענדיגע מינוטן.
דא וועט אי”ה געמאלדן ווערן אלע אנטוויקלונגען איבער די צוויי ספעציעלע פארמעסטן וועלכע ווערן היינט אפגעהאלטן אין ניו יארק, די 11’טע קאנגרעס דיסטריקט וועלכע שליסט איין גאנץ סטעטן איילענד און חלקים פון ברוקלין, און די 43’סטע אסעמבלי דיסטריקט וועלכע פארטרעט צווישן אנדערן קראון הייטס און איסט פלעטבוש.
ווי געווענליך אין ניו יארק קען מען שטימען ביז 9 אזייגער אויפדערנאכט, און מיר וועלן אי”ה ברענגען דא רעזולטאטן ווי נאר עס ווערט באקאנט.