ניו יארק. – די פאמיליע פון די אידישע פרוי עלען בראדי ע”ה, וועלכע איז אומגעקומען אויף די מעטרא-נארט באן שינעס אין ניו יארק, פלאנירט צו קלאגן די מעטרא-נארט פירמע און נאך עטליכע פירמעס און רעגירונג אגענטורן וועלכע זענען געווען פארמישט אינעם טראגישן אינצידענט, וועלכע האט פאסירט מיט דריי מאנאטן צוריק.
די 49 יעריגע אידישע פרוי איז אומגעקומען ווען איר קאר איז שטעקן געבליבן אויף די מעטרא נארט באן שינעס אין וואלהאלא, ניו יארק און א מעטרא-נארט באן האט אריינגעקראכט אין איר, ברענגענדיג א מאסיוון אויפרייס און העלישער פייער אויפן באן, פון וועלכע פינף פאסאזשירן זענען אומגעקומען און פילע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
די בראדי פאמיליע האט שוין אריינגעגעבן א נאטיץ איבער’ן לאו סוט וואס זי פלאנט אריינצוגעבן. צווישן אנדערע אנגעקלאגטע ווערט אויסגערעכנט די שטאטישע עם-טי-עי, די וועסטשעסטער קאונטי רעגירונג, די מאונט פלעסענט טאון אויטאריטעטן און די ניו יארק סטעיט רעגירונג. פיליפ רוסאטי, דער לאיער פון די בראדי פאמיליע, זאגט אז עלען ע”ה איז אומגעקומען צוליב וואס דער ארט פאר קארס אריבערצופארן די שינעס איז געווען געבויט אומפאראנטווארטליך און איז געווען שוואך דעזיינט, אזוי אז עלען האט נישט געקענט זעהן וואס ס’טוט זיך ארום איר און וועגן דעם איז זי אומגעקומען.