אין די טעג שטייט פאר א שטימונג פון דער ניו יארק סיטי קאונסיל א געזעץ פארשלאג מיטען נאמען “אינטרו 65:” און לויט ווי דער ביז היינטיגער געזעץ זאגט, מוזען דער ניו-יארקער פאליציי צושטעלן א שומר נאר פאר פּובּליק סקולס, עס איז נישט פארהאנן אן ענליכער געזעץ פון שמירה פאר ישיבות. לעצטענס האבען עטליכע קאונסיל מעמבערס פארגעשלאגן “אינטרו 65″ וואס זיכט צו פארעכטען דעם אינטערשיט.
“אלס אן אדוואקאט פאר דעם גרויסען וואקסענדע צאל קינדער וועלכע זענען תלמידים ותלמידות אין אידישע סקולס –איבער 95,000- איבער דער ברייט פון ניו יארק סיטי, טוט אגודת ישראל מיט דרך ארץ פארלאנגען פון דעם מעיאר און פון דער ספיקער פון דער קאונסיל, פרוי מארק-וויוועריטאו, אז זיי זאלען שטיצן דעם געזעץ פארשלאג וואס וועט צושטעלען לויט’ן פארלאנג, שומרים אגענטן פאר פריוואטע סקולס.” האט הרב חיים דוד צוויבל פירער פון אגודת ישראל געשריבען.
אין זיין בריעף טענה’ט הרב צוויבל, “אז עס איז שווער צו בארעכטיגען דאס צוריקהאלטן פון שומרים אגענטורען פון פריוואטע סקולס. געוויס קען נישט זיין אז דער שטאט איז נישט באזארגט פאר דער זיכערהייט און וואוילזיין פון די קינדער וואס גייען אין די סקולס, אויב עפּעס, געוויסע רעליגעזע סקולס זענען דאך גאר אין גרעסערע געפאר ווי די פּובּליק סקולס.”
“עס איז אויך נישט קיין סתירה צום אמערקאנער קאנסטיטוציע צו שטעלען שומרים אין רעליגעזע סקולס” שרייבט ווייטער הרב צוויבל. “מ’האט אלעמאל פארשטאנען אז וויכטיגע גאווערנמענט סערוויסעס פון פאליציי, פייער און ריינקייט דעפארטמענטס איז נישט קיין פארשוועכונג פון דער אפשייד צווישען רעליגיע אין סטעיט.”
“אויף וואס פאר א יסוד קען מען דען זיך פארשטעלן צו בארעכטיגען דעם אנגייענדען סטאטוס קוואו פון צוריקהאלטען פון פריוואטע סקולס וויכטיגע שוץ, פונקט אזויווי מ’שטעלט צו פאר די פאבליק סקולס?” פרעגט הרב צוויבל.
“אמת אז עס קאסט געלט, אבער מ’מוז דאס צושטעלן, ספעציעל אין א צייט ווען מ’זעט טעגליך נייעס פון איבער די וועלט וואס דערמאנען אונז וויפול געוואלד טאטען און טעראר, ספעציעל געצילט אויף אזוינע גרופעס ווי די וואס מיר פארטרעטען, איז א חלק פון אונזער טעגליכער לעבען. און דערפאר איז וויכטיג אז איר זאלט שטיצען “אינטראו 65″ ווייל עס איז וויכטיג און עס פארדינט אייער שטיצע”. ענדיגט הרב צוויבל דעם בריעף.
דער בריעף איז געשיקט איצט אין די טעג ווען דער קאונסיל מיט דער מעיאר טוען פארהאנדלען דעם נעקסט יאר’יגען בודשזעט.
ווילי נארוועל, א ווארטזאגער פאר די מעיאר, האט ארויסגעגעבן די פאלגענדע סטעיטמענט: די ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט נעמט זיך יעדן טאג אונטער צו באשוצן אלע קינדער אין ניו יארק סיטי, אפגעזען פון וועלכע שולע זיי גייען, און עס איז א אויפגאבע וואס די דעפארטמענט האט אויסגעצייכנטערהייט דורכגעפירט. מיר האלטן אין איין זוכן נייע וועגן צו פארבעסערן די באשיצונג, און מיר וועלן גערן פארזעצן זיך דורכצורעדן מיט מיטגלידער פון אלע קאמיוניטיס וויאזוי מיר קענען דאס דערגרייכן צוזאמען.”