Quantcast
Channel: JP Updates | Breaking News NYC, Jewish Political News & Updates »לאקאל
Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

קיין אורטייל דערווייל אין קעיס איבער איתן פאטץ מארד

$
0
0

ניו יארק. – די דזשורי וועלכע זיצט ביים פראצעס איבער’ן פארשוואונדונג און מארד פונעם אידישן יונגל איתן פאטץ מיט 36 יאר צוריק, האט דערווייל נישט געגרייט קיין שום אפמאך און דאנערשטאג נאכמיטאג האט זיך געענדיגט דעם צווייטן טאג וואס זיי פירן געשפרעכן צווישן זיך – עטליכע טעג נאכדעם וואס ביידע זייטן פונעם קעיס האבן שוין געענדיגט פארשטעלן זייערע טענות און באווייזן.

אויפן באשולדיגונגס באנק זיצט פעדרא הערנענדעז, וועלכער האט מיט צוויי יאר צוריק זיך אליינס געוואנדן צו ניו יארק סיטי פאליציי דעטעקטיווס און געזאגט אז ער האט פארכאפט און דערמארדעט איתן. ער האט אבער צוריקגעצויגן פון זיינע ווערטער שפעטער און זיינע אדוואקאטן טענה’ן אז ער איז א קראנקער מענטש און אז די פאליציי דעטעקטיווס האבן אים געצווינגען מיט פארשידענע מעטאדן אז ער זאל זיך מודה זיין אינעם מארד.

הערנענדעז קען מעגליך צוגעטיילט ווערן לעבנסלענגליכע טורמע, אויב וועט די דזשורי אים דערקלערן שולדיג.


Viewing all articles
Browse latest Browse all 24

Trending Articles