ניו יארק. – די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט’ס האס פאברעכנס אפטיילונג האט געמאלדן אז זי פארשט אויס אן אינצידענט אין פלעטבוש, וואו עס איז געפונען געווארן אנטיסעמיטישע גראפיטי אנגעפירקלט אויף די מירער ישיבה געביידע. דער אינצידענט ווערט אויסגעפארשט ווי א האס פאברעכן.
די גראפיטי איז באמערקט געווארן דורך א סעקיוריטי גארד אום איינס אזייגער שבת נאכמיטאג, לויט א סטעיטמענט פון די פאליציי, און צווישן אנדערע האבן זיך די סטעיטמענטס געליינט “היטלער לעבט און איז געזונט”, “הייל היטלער”, “אידן זענען אלע שווינדלערס”, און נאך ענליכע סטעיטמענטס, אויפגעשריבן אויף א פאפיר וואס האט געהאנגען ביים הויפט אריינגאנג טיר.
די פאליס רעפארט איבער’ן אינצידענט איז אריינגעגעבן געווארן מוצאי שבת באלד נאכ’ן זמן, און פאליציי אפיצירן פונעם 61’סטן דיסטריקט, מיט די הילף פון חברה שומרים אין פלעטבוש, פארשן אויס דעם אינצידענט און געפונען זיך אויף די סצענע צו זוכן מעגליכע סורוועילעינס קאמערעס וואס האבן אויפגעכאפט ווער ס’האט דאס געטאן.