ראקלענד קאונטי, ניו יארק- פירער פון די קאנסערוואטיווע סאן׳ס אוו איזראעיל טעמפל זענען שאקירט געווארן אנקומענדיג מיטוואך צופרי צו דעם טעמפעל טרעפנדיג דעם געדענקמאל אויפגעשטעלט לכבוד דעם יום השואה וואנדאליזירט.
די געדענקמאל איז אויפגעשטעלט געווארן פארענט פונעם טעמפל און פארעם פון א סיין מיט בילדער פון קאלירטע פענער, יעדער פאן האט סימבאלאזירט צען טויזנט אומגעקומענע הי״ד, מיטוואך צופרי ווען די טעמפל פירערשאפט איז אנגעקומען האבן זיי געפינען דעם סיין אראפגעריסן.
די פירערשאפט פונעם טעמפל שפעקולירען אז די סיין איז וואנדאליזירט געווארן בערך צווישן צען און עלף אזייגער דינסטאג נאכט, נאכדעם וואס דער גארד וואס וואכט אויף די טעמפל איז אהיים געגאנגען פאר די נאכט.
א ריפארט איז געפיילט געווארן מיט די קלארקסטאון פאליציי.
עס איז איראניש אז נאר פאריגע וואך האט דזשאו מאיערס, א לעגיסלאטור און ראקלענד און איינער פון קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי׳ס גרעסטע שטיצער געזאגט און אן אינטערוויו ״די פראבלעם אין ראקלענד איז נישט אנטיסעמיטיזם, ווייל נאר קעגן ארטאדאקסישע אידן איז פארהאן א פיינטשאפט זינט זיי האלטן זיך אפגעזנדערט פון די איבריגע ראקלענד איינוואוינער” און ער גייט ווייטער אן צו זאגן ״אז די גאנצע אנטיסעמיטיזם אישו איז נאר א פאבריקאציע פון די ארטאדאסישע קאמיוניטי וואס ברענגען זיך אליינס אן די האס קעגן זיי.״
ענליכע ווערטער זענען געהערט געווארן פונעם ראקלענד קאונטי עקזעקוטיוו ווען ער איז געפרעגט געווארן דורך רעפארטערס ביי א פרעסע קאנפערעץ וואס ער זאגט צו די באשולדיגונג אז עס איז פארהאן א גייסט פון אנטיסעמיטיזם און ראקלענד, און ער האט דאס אפגעווארפן זאגענדיג אז ראקלענד איז א פריינטליכע פלאץ פאר סיי וועמען.
אין א סטעיטמענט צו די ניו יארק פאוסט האט א רעספעקטירטער ארטאדאקסישער געמיינדע פירער ראביי ראני גרינוואלד געזאגט ״עד דעי מאכט די ארטאדאסישער קאמיונעטי זייער אומבאקוועם… זיינע שריט זייען אן אנטיסעמיטיזם”.
די סטעיטמענט קומט נאכדעם וואס א קאנטראווערסיעלער יו-טוב ווידיא האט צוגעגליכן געוויסע האסענדע בילדער וואס איז געווארן ארויפגעשטעלט אויף א פעיסבוק בלאט וואס זוכט אונטערצוהאקן די איינפלוס און פארשפרייטונג פון די ארטאטאדאקסישע געמיינדע, צו בילדער וואס זענען גענוצט געווארן אין די יארן פארן האלאקאוסט אין נאצי דייטשלאנד. א וויילע שפעטער איז באקאנט געווארן אז א ראקלענד קאונטי גאווערמענט סאושעל ווארקער שטייט אונטער די פעיזש, און געוויסע האבן געזאגט אז זיי האבן א סקרין-שאט ווי עד דעי אליין האט געשיקט מאטריאל פאר דעם פעיסבאק פעיזש אדמיניסטראטור שרייבענדיג ״לייג דאס ארויף״. אין א סטעיטמענט צו די ניו יארק פאוסט האט דעי אפגעלייקענט אז ער האט דאס געשיקט, זאגענדיג אז געוויסע האבן אליינס פאטאשאפט דאס בילד, כדי אים צו באשמיצן.
די וואס זאגן אז זיי האבן דאס בילד, זאגן אז דאס פאוסט איז פארשווינדען געווארן פון דעם פעיסבאק בלאט געציילטע מינוטן נאכדעם וואס דאס איז ארויפגעשטעלט געווארן.
דעי האט זיך אנטזאגט אפצוזאגן דעם קאונטי ארבייטער פון זיין פאסטן מיטן אויסרייד אז דער ארבייטער איז באשוצט אונטער ״פרי ספיטש״, ווי אויך האט ער קיינמאל נישט פארדאמט די העצע און האסענדע קאממענטס אויף די פעיסבאק בלאט.